Avraham Fried - A Gute Voch - א גוטע וואך

Avraham fried a Gute Voch - א גוטע וואך

Пікірлер: 6

  • @leviatias3273
    @leviatias3273 Жыл бұрын

    א גוטע וואך, מיט ברכה, הצלחה ,ישועות, רפואות און נחת און חן פריילעך, לאמיר דעם שבת ,באגלייטן אנגרייטן א סעודה גאר שיין מען זיצט מיט די מלכה ס’איז גאר א פראכט ביז שפעט אין דער נאכט ,א לחיים מען מאכט מיט א ניגון גאר צופרידן עס ווערט דארט די נאכט פארבראכט פרייטיג צו נאכט’ס גייענדיק אהיים פון שול ,זיינען מלאכים געקומען אונז זען שבת מיט תורה ותפילה ,אביסעלע נענטער צום בורא געווען יעצט קומט די וואך א נייעם יאך צוריק צו די געלט ,צוריק צו דער וועלט מען דארף האבן כח בייקומען אלץ וואס אויף ג-טלעכקייט פארשטעלט CHORUS 1: אל תירא עבדי יעקב ,מיר וועלן אלע האבן א שבוע טוב די וואך איז דערפאר ,געבן אונז שכר אויף מאכן הייליג אלץ וואס איז ליידיג צו מאכן פון דעם קליינעם וועלט ,א דירה לו יתברך, א הייליג געצעלט די שבת זי גייט ,נאר מיר שטייען גרייט טאן וואס מען דארף און פריילעכערהייט ווען דער שבת קומט צו גיין ,א נייער לעבן אלע פוצן זיך אויס שיין ,סיי גאויס און סיי קליין די קאפ עס ווערט ביי יעדן ריין ,א נייער שטרעבן א נייע נשמה עס קומט צו גיין CHORUS 2: די וואך איז דאך פול מיט פערדראס ,קומט שבת קודש ביסטו בעל הבית ווי א מלך אזוי און א מלכה די פרוי מיט הויכע געפילן קאן מען דאן פילן דעם חילוק פון איד מיט’ן גוי ,מען האט צייט אצינד זען יעדן קינד די שיינקייט פון דעם די חכמה פון אים אויך דער באשעפער פרייט זיך מיט דעם CHORUS 3: דערפאר ווען דער שבת גייט אוועק ,לאזט מען נישט אפ מען פארשטעלט איר די וועג מען בעט זיי נאך דא עטליכע שעה מען מאכט איר א סעודה מאכלים גאר גוטע אין זכות פון דער מלווה מלכה ,וועט קומען צו גיין דוד משיחא קול צהלה, עס קומט שוין די שעה אליהו וועט אונז זאגן משיח איז דא און טאקע ווען משיח וועט זיין ,וועט די גאנצע וועלט שבתדיק פיין גיסט מיר אריין א ביסעלע וויין !לחיים, א גוטע וואך זאל אונז זיין

  • @mariapacheco231
    @mariapacheco2316 ай бұрын

    Linda linda linda, essa melodia; que paz para alma, Deus seja louvado.

  • @moishemorgenstern6147
    @moishemorgenstern6147 Жыл бұрын

    שבוע טוב

  • @CandyShop923
    @CandyShop923 Жыл бұрын

    A gite woch yehuudiiim

  • @user-lz1mc7dh2b
    @user-lz1mc7dh2b Жыл бұрын

    של מי הלחן?

  • @dovialroy6752

    @dovialroy6752

    Жыл бұрын

    אברהם פריד

Келесі